posted by
riftsh at 01:39am on 18/05/2026
Оно же в оригинале.
Текст:
אַך אָבער פֿאַר װאָס סומנע בײַ אונדז די געשעפֿטן
װי אָפֿן און פֿרײַ אָטעמען װאָלט מען געקענט
נאָר אין ערגעץ װוּ װידער די גרױזאַמע קרעפֿטן
שלאָגן אין הימל אַרײַן מיט אַרטעלעריעס פֿון דר׳ערד.
יאָ, אפֿשר אַזױ, אָבער מע דאַרף זיך נישט אײַלן,
זאָג שױן װאָס דו װילסט, דעם הימל דערגרײכט נישט קײן שװערד
װי די קאַנאָנאַדע זאָל נישט ליאַרמען און קנאַלן
שלאָג אים אָדער נישט דער הימל האָט אַלץ אין דר׳ערד
אַך כ׳װאָלט נישט געקללהט דעם־אָ פֿאַרשאָלטענעם גורל
נאָר גיב־זשע אַ קוק װי ער פֿאָרט אַרױס אױפֿן פּלאַץ
אונדזער קאָמאַנדיר, דער גענעראַל אָן אַ נאָמען
אַך, דער פּאָדלער קאַט, דער פּאַסקודניאַק, דער פּאַיאַץ
שױן! ער איז נישט װערט קײן זידלען, און נישט קײן לױבן
כאָטש ער רײַט אױף אַ פֿערד, לױנט זיך נישט אײַלן צו פֿיל
ער איז נישט באָנאַפּאַרט, ער האָט קײן ביקס נישט געהױבן
ער איז סתּם אַ מענטש, ער האָט נישט קײן ראָלע צו שפּילן
נאָר װידער אַ מאָל װישט נישט דער װינט אָפּ די טרערן
מיר זײַנען געזיגט, מײַן עלנט־פֿאַרלאָזטער האָרניסט
נאָר דו ביסט אומבאַזאָרגט, דו ביסט שטאָלץ װי אַ צעדער
װאָס טרײסט דיך אין רױך פֿון אומגליק טונקל און װיסט?
דאָ זע איך בכּלל גאָרנישט קײן אומגליק קײן װיסטן
קענסט זײַן אױף אַ פֿערד, אַ באָנאַפּאַרט, אַ האָרניסט
איך בין נישט אָפּהענגיק אױף קײנעם, געװיס נישט,
שטײ אױף! זײַ װי איך, שטײ אױף די אײגענע פֿיס.
װאָס ער טראַכט נישט אױס, װוּהין פֿירט נישט דער װאָיעװאָדע
װאַרט, װיפֿל פֿליסט אָפּ װאַסער און אומגליק, נאָר טרעף
זײַ װיסן פֿרײַהײַט און יושר װעלן באַזיגן אַװדאי
יאָ, נישט מער װי זײ, ס׳רעשט האָט נישט קײן באַטרעף
Перевод A.S.
(no subject)
Может, стоит выложить на https://lyricstranslate.com/en/mikhail-shcherbakov-mikhail-scherbakov-lyrics.html?
(no subject)
(no subject)
(no subject)
(no subject)
Какая прекрасная!
(no subject)
(no subject)
А каков уровень владения языком у певицы?
Я вот, увы, на слух узнал ровно одно слово. :-(
(no subject)
Владеет свободно, это ее первый язык. Может говорить на двух диалектах: литературном (стандартизованном), который основан на литовском, и на южном (украинско-бессарабском).
(no subject)